Donate Now

אונזער אחריות – פאר אונזערע טעכטער

מיט אומגעפער צוועלף יאר צוריק איז די שטאט מאנסי באשאנקען געווארן מיט א נייע אור, וואס האט באלאכטן דעם שטאט מאנסי בכלל, און דער עולם החינוך אין שטאט בפרט, מיט דעם וואס איז האט זיך מיט גרויס סייעתא דשמיא געגרונדעט די בית חינוך לבנות "בנות צאנז", וואו ערליכע אידישע טעכטער ווערן נתחנך אויף די הייליגע אויסגעטרעטענע וועגן פון אונזערע רביים און גדולים.

במתי מעט, מיט א קליין מספר תלמידות האט זיך דער בית חינוך געגרונדעט, מיט דער האפענונג אז מיט די צייט וועט זיך עס פארברייטערן לשם ולתפארת. עס האט זיך אבער קיינער נישט געקענט פארשטעלן אז אין די קורצע צייט וועט "בנות צאנז" אויסשטייגן אז "דער שולע" פון די שטאט. די שולע צו וואס יעדע טאטע און מאמע צילן אז דארט זאל זייער טאכטער ווערן נתגדל ונתחנך.

בחסדי ה' פארמאגט "בנות צאנז" היינט צוטאגס העכער דריי הונדערט תלמידות בליעה"ר, מיט קלאסן אנגעהויבן פון נוירסערי ארויף ביז די "היי סקול" וואס האט זיך היי יאר געגרונדעט ב"ה.

דאס אלעס איז נישט געקומען צו פיס, דאס איז צו פארדאנקען די אויסטערלישע כוחות וואס די געטרייע איבערגעגעבנע הנהלת המוסד אינאיינעם מיט די געטרייע אנגעשטעלטע האבן אריינגעלייגט.

תיכף ביים עפענען דעם בית חינוך "בנות צאנז", האט די הנהלת המוסד אויפגענומען אויסגערופענע מנהלות און לערערינס, מיט אנגע יארן עקספיריענס אין דעם פעלד פון חינוך הבנות, צו שטיין בראש פון אלע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע אנגעלעגנהייטן, זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט צוגעשטעלט אויפ'ן בעסטן און שענסטן פארנעם פאר די הצלחה פון יעדע תלמידה באזונדער.

די הנהלת המוסד לייגט אריין אן א שיעור כוחות אין יעדע פרט ופרט פונעם מוסד אז עס זאל זיין אויפ'ן העכסטן סטאנדארט ברוחניות ובגשמיות, דאס רעכנט אריין די קאריקולם, פילע פראגראמען אין לויף פונעם יאר, טעגליכע נארהאפטיגע פרישטאג און מיטאג, באקוועמע באסעס פאר טראנספארטאציע א.א.וו. אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך נאר אויס לטובת התלמידות.

חציו לה' וחציו לכם

מיר מוזן שאפן א האלב מיליאן דאלער

ברוב חסדי המקום שטייט דער בודזשעט פון דעם מוסד אויף שטארקע געזונגעט יסודות, מען צאלט די אנגעשטעלטע אין צייט, עס האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט אז מען צאלן שפעט. דאס אלעס קומט נישט אן גרינג, אויפהאלטן א מוסד ציט אריין אין גרויסע הוצאות, אבער די געטרייע הנהלת המוסדות אינאיינעם מיט די חשוב'ע עלטערן שיחי', געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר די הצלחה פונעם מוסד און זיי באווייזן וואונדער.

אין לויף פון די לעצטע עטליכע יאר, הויפטזעכליך צוליב אינפלאציע, האט זיך אנגעזאמלט א דעפעציט פון א מיליאן דאלער $1,000,000, און דאס פארשווערט פאר די הנהלת המוסד אנצוגיין על מי מנוחות ווי בעפאר, וויבאדל דאס נעמט אועק די הרחבת הדעת און פארשווערט דעם לאסט צו דעקן דעם מוסד.

אצינד איז אונטערגענומען געווארן דעם קריטישן "בנותינו" קאמפיין, וואו די הנהלת המוסדות אינאיינעם מיט די חשוב'ע עלטערן גייען אינאיינעם שאפן דאס געלט צו אפווישן דעם דעפעציט.

די הנהלת המוסדות אליינס שאפט א האלב מיליאן דאלער, און די חשוב'ע עלטערן האבן גענומען אויף זיך צו דעקן דעם צווייטן האלב מיליאן דאלער, דורכ'ן שענקען אייגענע נדבות און דורך שאפן געלט פון כלל ישראל.

מיר קומען צו אייך מיט א בקשה, ביטע העלפט אונז דעקן דעם דעפעציט פון דעם בית חינוך וואו אונזערע טעכטער ווערן נתחנך, ובזכות זה זאלט איר זוכה זיין צו זען נחת פון אייערע זין און טעכטער געזונטערהייט.

בנותינו – בנות צאנז – מיטוואך דאנערשטאג פקודי

 


Show More

CAMPAIGN GOAL

$400,000

93% RAISED

$0

Donate Now

1,332 

Donations

search

David Lowy

$712

6 days ago

Ahron Moshe Frankel

$250

22 days ago

Pearl Baumhaft

$26

24 days ago

cheskel lefko

$20

28 days ago

Moshe Landau

$100

28 days ago

שמואל יעקב שטיינבערג

$250

28 days ago

Moshe Mendlovitz

$180

29 days ago

Comments: In honor of a great person with a humongous heart of gold who opened his doors and is always there for the girls of Peninim

Amrom Yida Rosenfeld

$100

29 days ago

אברהם קליין

$500

29 days ago

Dov Brieger

$50

1 month ago

Yoel Rottenberg

$100

1 month ago

Zeiddy

$120

1 month ago

Joel Hoffman

$18

1 month ago

LD Itzkowitz

$180

1 month ago

Mendy Spira

$10

1 month ago

Dryver Reply: תזכה למצוות!

Sam Sitt

$52

1 month ago

Ari Silberger

$100

1 month ago

Phone Donation

$5

1 month ago

בנימין האס

$3,600

1 month ago

משה כהן

$18

1 month ago

Load More

Call our automated phone system

phone(845) 660-6446

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2024 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket