Campaign Goal: $1,800,000
Total Raised: $1,264,390
70%
190 copay card sponsored
Select Donation Amount
Payment arrow_forward
חדשים – צו דעקן די חודש'ליכע קאסטן
רופא חולים האט בשעתו אונטערגענומען די "חדשים" קאמפיין פאר דער פשוט'ער סיבה ווייל ס'איז כמעט נישט פארהאן נאך אזא מוסד וואס דארף אוועקצאלן חודשליך שווערע הונדערטער טויזנטער דאלארן פאר אינשורענס פאליסיס למען חולי ישראל, און אויב דארף מען באצאלן דעם אינשורענס פאליסי יעדן דעם ערשטן, און 'ניי'ן איז נישט קיין אפשען, דאן מוז מען זוכן פרישע מקורות הכנסה כדי צו קענען ענטפערן 'יא' פאר'ן חולה!
חדשים – ווייל די צאל קעיסעס וואקסן יעדן חודש
דער ברייטערער ציל פון חדשים איז ציל איז געווען צוליב דער ביטערער מציאות אז יעדן חודש קומען צו ליידער צענדליגער נייע קעיסעס פון אידישע קינדער בכלל מקומות מושבותיהם וואס ווערן ליידער דיאגנאזירט מיט דער ביטערער מחלה און רופא חולים זאגט קיינמאל ניין אבער דאס ברענגט א קריטישע לעבנסגעברויך צו רעקרוטירן נייע נייע נדבנים און פרישע געלטער צו קענען אונטערהאלטן דעם מוסד מדי חודש בחודשו אז ס'זאל חלילה נישט צוזאמפאלן
חדשים – א נייע געדאנקענגאנג פאר חולי ישראל
די הצלחה וואס רופא חולים האט געזען אינערהאלב דעם חדשים קאמפיין איז געווען העכער סיי וועלכע ערווארטונגען. טויזנטער יונגעלייט האבן זיך איינגעשריבן אינערהאלב דעם קאמפיין אז אין ערשטן יאר אליין האט עס צוגעברענגט 'א מיליאן דאלאר' צו די הכנסות פון רופא חולים.
א יאר דערויף, טראץ וואס מ'איז געשטאנען נאך די וואקלדיגע קאוויד צייטן האט מען באוויזן עס צו טאפלען מיט כמעט הונדערט פראצענט אויפטרייבנדיג אזויפיל ווי 1.8 מיליאן דאלאר.
חדשים – ברענגט צוזאמען אלפי אברכים צעירים
וואס עס האט אממערסטנס איבערראשט די עסקנים אין ערשטן יאר פון תשפ"א איז געווען די ווארעמקייט און אפפערוויליגקייט מיט וואס אברכי ניו יארק זענען אנטקעגנגעקומען די עסקנים. ס'איז געווען א בחינה פון טרם יקרא ואני אענה. טויזנטער הייליגע יונגעלייט האבן זיך אויפגעשריבן צו נעמען א חלק אין הצלת נפשות ממש.
אברכי כלל ישראל האט דערהערט דעם וויי געשריי. א ספאנסארשיפ פאר רופא חולים איז געווארן א מוז פאר יעדן יונגערמאן מיט די זעלבסטפארשטענדליכע הבנה אז אן דעם קען רופא חולים נישט עקזיסטירן. דער כולל יונגערמאן ווי דער בעל בית, דער אברך משי וואס האט נארוואס חתונה געהאט ביז דער יונגער ביזנעסמאן, גאנץ כלל ישראל האט זיך געטראפן פאראייניגט אונטער דער שירעם קאמפיין חדשים אוועקצושטעלן א דויערהאפטיגע פינאנציעלע באזע פאר רופא חולים אז צו קענען אנגיין מיט דער מאסיווער אפאראט פון הצלת נפשות ממש אומגעשטערט.
חדשים – א שטאפל פאראויס
ארייטרעטנדיג אין דריטן יאר פון "חדשים" קען מען זאגן מיט א קלארן מויל אז חדשים איז די מערסט סוקסעספולע צדקה קאמפיין וואס די 'יונגע היימישע' גאס האט נאר אמאל געזען, מיט אזויפיל ווי 3,500 אברכים צעירים וואס זענען איינגעשלאסן אין חדשים מיט א חודשליכע התחייבות.
אצינד גרייט מען זיך שפאנען פאראויס און עס שפירט זיך די אייפער אין די לופטן צו רעקורטירן פרישע הונדערטער יונגעלייט און ווי עסקנים גיבן איבער גרייט מען זיך נאכאמאל צו טאפלען די צאל הכנסות מיט'ן געמיינזאמען ציל ארויפצוטרייבן 3.6 מיליאן דאלאר, כדי צו קענען נאכקומען דעם וואוקס פון די חולי ישראל ה"י!
ובשם ה' נעשה ונצליח.
Show More
190 copay card sponsored
Campaign Goal: $1,800,000
Total Raised: $1,264,390
70%
This Dryver is part of "יוצאי ישיבת סאטמאר קווינס" team
Go to Team PageDonate Now
17
Donations
יעקב טירנויער
$36
17 hours ago
יוסף אהרן שניצלער
$120
17 hours ago
burech bendit greenfield
$36
5 days ago
Moshe Solof
$150
9 days ago
Yosef Shlomo Schwartz
$180
9 days ago
Chaim Yakov Deutsch
$125
9 days ago
Mier Yakov Blumenfield
$50
9 days ago
דוד טייטעלבוים
$54
9 days ago
Shlomo Yakov Schwartz
$360
17 days ago
Pinchas Eluzer Frenkel
$120
22 days ago
Mordchei Hollender
$100
22 days ago
Hershy Snitzer
$432
זכות חלקי ליום
24 days ago
משה פייווערקער
$360
24 days ago
יואל מאיר טייטלבוים
$360
24 days ago
Anonymous
$180
24 days ago
Anonymous
$180
24 days ago
Anonymous
$1,000
24 days ago
Dryver Fundrasing History
$3,041 raised in 2022
Total raised from past years
$6,884
Campaign Goal: $1,800,000
Total Raised: $1,264,390
70%
Campaign Sponsors
© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket