Donate Now

arrow_back

Campaign Homepage

Dryver
Rank
8

Dryver Page

Chananye Dov Grossman

Wave arrow_forward_ios Satmer arrow_forward_ios Chananye Dov Grossman

Raised:

$3,138

Goal:

$3,600

Donors:

49

87%


בס״ד


אונזער חשוב׳ער ידיד האט אנגעהויבן דאס לעבן מיטן רעכטער פוס. ער איז געווען אן ערנסטער אינגערמאן א קובע עתים לתורה, א ברייטער בעל פרנסה מיט א פעסט אוועקגעשטעלטע ביזנעס, געטיילט צדקה האט ער אסאך, א גוטער נאמען אין די קהילה האט ער אויך פארמאגט, און א הערליכע משפחה האט ער געפירט על מי מנוחות.

מיר האבן אים שטענדיג ארויפגעקוקט און געשעצט, זיין ווארט איז געווען חשוב אין אונזערע אויגן און מיר האבן זיך גערעכנט מיט זיין פראפעסיאנאלע בליק און אייגנארטיגע מהלך המחשבה. ווייניג האבן מיר מיטגעהאלטן וואס עס טוט זיך ביי אים, אבער ער איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אויפן געזיכט, און האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו מיטטיילן סיי וואס פערזענליך.


און טאקע דערפאר האבן מיר פארפעלט עטליכע געלעגנהייטן…


דאס ערשטע מאל וואס עפעס אויסערארנטליך האט זיך אפגעשפילט אינעם פארהעלטנמעסיגער, און רעלאטיוו רואיגער לעבנסשטייגער פון אונזער ידיד איז געווען ווען עטליכע ביטערע טראגעדיעס האבן פאסירט מיט עטליכע פון זיינע קינדער, וואס ער האט פון אונז נישט געקענט באהאלטן.


מיר האבן געשטוינט ווי אונזער ידיד האט מצדיק געווען אויף זיך דעם דין, אבער מיר האבן נישט געוואוסט דעם אמת, אז אונטער דעם צידוק הדין פון יעצט, ליגט גאר א קייט פון יסורים און ווייטאגן וואס ער האט אונז קיינמאל נישט געהאלטן ביים מיטטיילן.


עס האט נישט גענומען לאנג און די עוף השמים האבן אנגעהויבן פירן די שמועות פון מויל צו אויער איבער די שווערע ליידן און מיטמאכענישן וואס אונזער ידיד האט זיך פלוצים געטראפן מיטמאכן. צוביסלעך האבן מיר אנגעהויבן באמערקן ווי פון א פרייליכער אפטעמיסטישער אינגערמאן האט ער זיך נעבעך געטראפן אין א דערביטערטע מצב. מיר זענען געוואויר געווארן אז פאר יארן לאנג האט ער אונז אפגענארט מיט זיין שמייכל, און אז שוין לענגערע יארן וואס זיין מצב איז שוין צהלתו בפניו ואבלו בלבו.


לעצטנס האבן צו אונזערע אויערן געגרייכט שווערע קלאנגען איבער די גאר ביטערע סיטואציע וואס האט ליידער בארירט זיין שטוב און פאדערט גאר דרינגענדע הילף, ווי זיין עתיד איז פארנעפלט און זיין רוח החיים גייט נאר מטה מטה ה״י. ספעציעל לעצטנס ווען ער האט זיך געוואנדן צו א חבר בצר לו, און האט זיך אויסגעדרוקט מיט די פאלגענדע רייד:


״זאלסט וויסן אז איך האב אנגעהויבן מיין לעבן ביי א הערליכן בארטן, די זון האט אזוי איידל געשיינט אויף מיר און געווארעמט. כ׳האב נאר געוואוסט פון גוטס. אבער ליידער אין די לעצטערע יארן האט זיך דער ים אויף מיר אנגעהויבן בייזערן, און איך שפיר ווי די כוואליעס שלעפן מיר אריין טיפער און טיפער, איך ברעך אונטער, איך גיי זיך דערטרענקען איין טאג. איך דארף הילף!


און דאן האבן מיר זיך אונטערגענומען אז מיר וועלן נישט רוען ביז מיר וועלן אים בארואיגן און העלפן ווידערמאל איבערבויען זיין משפחה, ער זאל האבן א ווארימע היים פאר זיינע ליכטיגע דורות.


אינאיינעם מיט עטליכע איבערגעגעבענע עסקנים האבן מיר זיך אריינגעלייגט אין דעם קעיס, און אנטקעגנגעקומען די שטוב מיט די גרעסטע ספעציאליסטן און עקספערטן אינעם פעלד. דאס קאסט אונז אוודאי אפ א מאיאנטעק, אבער מיר זעען קלאר ווי די רעזולטאטן שפעטיגן נישט צו קומען מיטן אויבערשטנס הילף.


די גוטמוטיגקייט פון אונזער חבר איז ליידער פארשוואונדן, אבער דער ליכטיגער האריזאנט דערקענט זיך שוין איבערן בארטן.


דאס מאקסימום וואס מיר קענען טון בעת הזו איז אויפטרייבן די נויטיגע סכומים וואס עס פעלט זיך אויס צו ראטעווען אונזער ידיד פון פארשוועמט ווערן חלילה און אונטערגיין ה״י, די אנגייענדע אויסגאבן און שווערע הוצאות וואס קאסט צוריקצושטעלן דאס אפלויף פון די שטורעמישע כוואליעס.

אחינו כל בית ישראל שרייען אויס: כל משבריך וגליך עלי עברו! די כוואליעס וואס דראען דיר צו דערטרענקען וועלן בארואיגט ווערן, מיר וועלן דיר ארויסציען פונעם שטורעמישן ים, און דיר העלפן צוריקשטעלן דיין לעבן על תילה בנויה.




Show More

Campaign goal: $200,000

87%

952

Donors

$175,740

Raised

Donate Now

49 

Donations

search

Phone Donation

$50

3 months ago

Shia Weisberg

$20

4 months ago

Dryver Reply: תזכו למצוות א גרויסן יישר כח די זכות זאל דיר ביישטיין!

Phone Donation

$18

4 months ago

Phone Donation

$50

4 months ago

Phone Donation

$10

4 months ago

Phone Donation

$36

4 months ago

yiddy lefkowitz

$12

4 months ago

Dryver Reply: תזכו למצוות די זכות זאל דיר ביישטיין!

Phone Donation

$54

4 months ago

Phone Donation

$50

4 months ago

Shloma Lowinger

$36

4 months ago

Dryver Reply: א גרויסן יישר כח ר' שלמה זלמן די זות זאל אייך ביישטיין געזונטערהייט!

יעקב דוב מיללער

$72

4 months ago

Comments: אסאך מער... לכבוד ידידי היקר ר' חנני' פאר דיר וואלט איך געדארפט געבען

Dryver Reply: תזכו למצוות כבוד הרב ר' יעקב דוב שליט"א די זכות זאל אייך ביישטיין געזונטערהייט!

Anonymous

$18

4 months ago

shmiel spitzer

$50

4 months ago

Dryver Reply: תזכו למצוות שפע ברכה והצלחה!

y tirnauer

$26

4 months ago

m c katz

$36

4 months ago

Shimon Lebovits

$182

4 months ago

Dryver Reply: א גרויסן יישר די זכות זאל דיר ביישטיין!

Yitzchok Elye Grossman

$36

4 months ago

Dryver Reply: תזכו למצוות א גרויסן יישר כח!

Phone Donation

$18

4 months ago

Phone Donation

$50

4 months ago

Sruly Gotlib

$100

4 months ago

Dryver Reply: תזכו למצוות ר' ישראל די זכות זאל אייך ביישטיין מיט אסאך אידיש נחת פון אלע אייערע קינדער געזונטערהייט!

Load More

Campaign goal: $200,000

87%

952

Donors

$175,740

Raised

This Dryver is part of "Satmer" team

Go to Team Page

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2024 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket