Campaign Goal: $180,000
Total Raised: $137,003
76%
Select Donation Amount
$180,000
שם הבנין
$36,000
זכות שער הראשי של הבנין
$25,000
שער היכל בית המדרש
$25,000
שער השני של הבנין
$25,000
שער הכניסה לעזרת נשים
Payment arrow_forward
The Jewish community in Boro Park has been established for over half a century. While new neighborhoods continue to pop up around the Tri-state area and beyond, Boro Park has always been a center of frum life with all the amenities necessary for local families.
But in one quiet corner of Boro Park, a special movement is brewing. On 39th Street, between 12th and 13th Avenue a new Makom Torah and Tefilah is nearing completion. A space that will serve as the spiritual center of this neighborhood which will be open day and night for minyanim and Torah learning.
קהל עטרת שלמה צבי וכולל להוראה זיו התורה is named after the great Yoka Rav, Harav Shlomo Tzvi Koenig ZT”L, who was beloved and revered by all, and will b’ezras Hashem be led by his renowned son Harav Yida Leib Shlit”a. The Rav carries a quarter-century reputation of spreading Torah and Yiras Shomayim for bachurim and yungerleit. The Rav will continue his life’s mission of Harbotzas HaTorah to the delight of his talmidim and admirers, as well as the entire local community.
Carrying the legacy of the great tzadikim of יאקע & טשעטשעוויץ, the Makom Torah will serve as a beacon of Avodas Hashem throughout the area. Not only will it provide the usual functions of a Beis Medrash and Heichel HaTorah, but it will also boast the esteemed Kollel Lhoroah!
With the beautiful and much-needed Beis Medrash nearing completion, Klal Yisroel is joining forces to help bring the project across the finish line and thereby acquiring the great zechusim promised to those who support such a center of Torah and Yiddishkeit.
We invite you to do your part today. The zechus will remain with you for eternity!
"קהל עטרת שלמה צבי וכולל להוראה זיו התורה" איז דער נאמען פון א מקום וואס וועט בעזהשי"ת זיין איינס פון די סאמע שענסטע און חשוב'סטע תורה צענטערן אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק. אין א שטילע רואיגע ווינקל פונעם שטאט, ווערט בעזהשי"ת פארענדיגט דער בנין הגדול והמפואר וואס פארשפרעכט צו זיין א ריכטיגע בית נאמן לה' ולתורתו.
דער בית המדרש יאקע טשעטשעוויץ וועט דינען אלס א הערליכע מקום תפלה, תורה, און עבודת השי"ת, אונטער די הנהגה פונעם רב הרה"ג המפורסם רבי יהודה לייב קעניג שליט"א דער ממשיך דרכם פון זיינע גרויסע אבות למעלה בקודש הרבנים הגאונים והצדיקים לבית יאקע, און איז אליינס שוין עוסק אין די עבודת הקודש פון הרבצת התורה והוראה במשך א האלב יובל יארן, פינף און צוואנציג יאר בליעה"ר, כולם שוים לטובה.
דער רב שליט"א איז במשך אלע יארן געווען דער יד ימינו וחביבו פון זיין אומפארגעסליכע חשובער פאטער דער איש האשכולות ואיש תבונה, א פה מפיק מרגליות ופנינים וואס האט מרביץ געווען תורה והוראה במשך פילע יארן און משמח געווען לבבות ישראל מיט זיינע זעלטענע כשרונות און דיבורים, ה"ה הגה"צ רבי שלמה צבי קעניג זצ"ל אבד"ק יאקע, וואס דער בית המדרש "עטרת שלמה צבי" ווערט טאקע נתייסד לעילוי נשמתו, און וועט פאראייביגן זיין גרויסער נאמען און זיין לעכטיגן דמות. אט פון דעם גרויסן קוואל האט יבלחט"א דער רב שליט"א יוֹנֵק געווען און אנגעשעפט פילע הויפענעס, אנהאלטנדיג ווייטער מיט דעם דרך און די מסורה פון מדריך זיין און משפיע זיין מאוצרו הטוב פאר בחורי חמד און אברכים חשובים וואס טרינקן מיט דארשט זיינע רייד. און וועט יעצט ממשיך זיין לעמוד לשרת בקודש אין שפיץ פון די עדה הקדושה, און וועט מאציל זיין מזיו הודו והדרו אויף אלע עניני הקהלה.
אין צוגאב צו די הערליכע קהלה און בית המדרש, וועט דער מקום דינען אלס אן אכסניא של תורה פארן בארימטן כולל להוראה "זיו התורה", אשר כשמו כן הוא, א פלאץ וואס שיינט און לייכט מיט'ן אור התורה, וואו יונגעלייט תלמידי חכמים זיצן באהלה של תורה און זענען זיך משלים בתורה ובהוראה.
אבער נישט נאר פאר כולל יונגעלייט, נאר די פראכטפולע 'היכל התורה' אינערהאלב דעם בנין מיט די גרויסע אוצר הספרים וואס וועט בעזהשי"ת באצירן אירע ווענט אין די נאנטע צוקונפט, וועט דינען אלס א מקום תורה פאר יונג און אלט, א שיינע און ליכטיגע ארט וואס וועט מרחיב זיין דעתם פון די לומדי תורה פון אלע שיכטן און קרייזן, א זאך וואס איז בכלל נישט בנמצא אין די גאנצע געגנט ביז היינט, און וועט זיין 'דער מקום תורה' מיט א הֵא הידיעה.
קהל עטרת שלמה צבי ד'יאקע טשעטשעוויץ טראגט אין זיך די הייליגע נעמען און זכרון פון די חשוב'ע און בארימטע יאקע רבנים זי"ע לדורותיהם, ווי אויך דער נאמען פונעם צדיק וקדוש הגה"ק רבי יוסף גרינוואלד אבד"ק טשעטשעוויץ זצוקללה"ה אויף וועמען דער כתב סופר זי"ע שרייבט אין א בריוו "צדיק תמים קדוש יאמר לו", און פארשפרעכט צו זיין א הנצחה און א המשכה צו די הייליגע חצרות און קהילות קדושות בישראל פון וואו עס האט ארויסגעשיינט תורה עבודה און יראת שמים פאר כלל ישראל.
אין די טעג זענען די בוני הבית ארויסגעקומען מיט א קאמפיין לקראת די גמר און השלמה פונעם בית הגדול והקדוש וואס האלט שוין ביי אירע ווייטע שטאפלען, און עס נויטיגט זיך נאך אין גאר גרויסע סכומים צו קענען פארענדיגן דעם בנין על תילה בנוייה לשם ולתפארת. חכמי לב יקחו מצוות, און די חשוב'ע ידידים און נדיבים רופן זיך אן ווארים אריינצוכאפן אט דעם איינמאליגן געלעגנהייט צו קענען זיין אייביגע שותפים אינעם הייליגן פראיעקט, צו האבן א שותפות מיט די הייליגע צדיקים וקדושים וואס אויף זייער נאמען איז דער מקום געגרינדעט געווארן, און האבן א טייל און א זכות אין די טויזנטע תפלות און די שעות פון תורה ועבודה וואס וועלן אפקלינגן צווישן די ווענט פונעם אתרא קדשיא הדין.
Show More
Campaign Goal: $180,000
Total Raised: $137,003
76%
Donate Now
86
Donations
Shmuel Binyamin Singer
$100
11 months ago
משה שטרייכער
$100
11 months ago
הרב יחיאל כהן מראה"כ הכולל דסקווירא
$101
11 months ago
Phone Donation
$18
11 months ago
Phone Donation
$36
11 months ago
Phone Donation
$18
11 months ago
Phone Donation
$18
11 months ago
Phone Donation
$26
11 months ago
Phone Donation
$18
11 months ago
Phone Donation
$18
11 months ago
שמואל לעפקאוויטש
$100
11 months ago
יוחנן בלוי
$18
11 months ago
שמואל בייער
$10
11 months ago
הרב יעקב מאניס
$36
11 months ago
Phone Donation
$18
11 months ago
יחיאל יואל לויפער
$500
11 months ago
Comments: לכבוד האי צורבא מרבנן דגריס באורייתא תדירא ברוך הוא וברוך שמו
Shloimy Graus
$36
11 months ago
Sruly Oshry
$100
11 months ago
Phone Donation
$100
12 months ago
Simcha Teitelbaum
$400
12 months ago
Load More
Campaign Goal: $180,000
Total Raised: $137,003
76%
© 2023 All Rights Reserved | Privacy Policy
Dryveup.com | Powered by ClickandMarket
Comments: Lekuvid Reb Boruch Kenig