Donate Now

arrow_back

Campaign Homepage

Team Page

Friends of Yoely Weiser (100 dryvers)

Yoely Weiser arrow_forward_ios Friends of Yoely Weiser

Raised:

$287,685

Donors:

2,405

100 Dryvers

Load More

דורך ספאנסערן א 'חודש פעקל' פאר א אידישן ארעסטאנט מיט א נתינה פון $380, קענט איר שיקן א "קוויטל" צום הייליגן ציון הקדוש אין סאסוב. שענקט א חודש פעקעלעך פאר אן ארעסטאנט, און דער צדיק וועט אייך משפיע זיין פיינע פעקעלעך פון הימל!

$380

חודש פעקל - קוויטל

Payment arrow_forward

The Sasover Rebbe. Yoely Weiser. And You.

Sassov 1800 — New York 2026


We cannot truly understand what it means to be "a Jew in prison." We pray that you never have to. We can only try to step into their striped cloths and imagine their bitter fate.

A person is suddenly snatched away in the prime of their life, driven from their home, separated from their spouse and children, and torn away from every familiar Jewish environment. Suddenly, they find themselves in a cold cell. Alone. Completely alone. Locked away with no ear to hear their pain, and no eye to see their distress.


Their identity begins to fade; their self-worth dissolves. They are no longer a person; they are no longer a "Yid" they are simply an "inmate." A private name is replaced by a cold serial number. There they sit, without a redeemer or a relative, where the only thing left to do is wait, pray, and hope for better days.


The Legacy of Sasov The holy Rabbi Moshe Leib of Sassov was legendary for his Mesirus Nefesh regarding Pidyon Shvuyim (redeeming captives). In his day, an unfortunate Jew might fail to pay the "Arrenda" (rent) to the local nobleman. Without mercy, the greedy landlord would throw the poor man into a dark pit until Rabbi Moshe Leib appeared on the scene. With incredible self-sacrifice, the Rebbe would do whatever it took to rescue that Jew from darkness to light.

Those legends are well-known to every Jewish child. But today, we are talking about a living legacy. In New York 2026, just as in Sasov 1800, the mission continues.


The Mission of Yoely Weiser The heartbreaking stories of Jewish prisoners abandoned in dark cells give Yoely Weiser no rest. On his own initiative, Yoely has built a massive, far-reaching apparatus to bring light into prison cells everywhere.

Yoely’s work is vast. It ranges from providing fresh kosher food to nourish a broken spirit, to bringing dignified Jewish clothing to restore a sense of humanity. He provides Tashmishi Kedusha (holy objects), arranges vital therapy for those in need, and assists with bail for those facing bitter legal battles. The list goes on and on.


Today, Yoely Weiser is the single address for every such case in Klal Yisrael. His private phone number has become an emergency lifeline for any Jewish child facing the legal system. It doesn’t matter what kind of hat they wear, where they come from, or what their story is. Yoely stands ready for every Jew with warmth and heart, because it burns within him. He simply cannot stand by while a brother suffers in the darkness of a dungeon.

A Light Behind the Bars We cannot fathom what it means for a lonely Jew in a remote prison to suddenly see a friendly face. But then, Yoely appears at the bars! A familiar face with a warm Jewish heart. He asks about their needs and provides whatever help will ease their burden, shining a beam of light into the bitter darkness.


Yoely began this mission years ago, entirely on his own. Today, his organization has grown to include dozens of volunteers, and Yoely himself carries the staggering budget of over $2 million a year.


Now, It Is Our Turn Now, Klal Yisrael enters the picture to join hands with the Heilige Rabbi Moshe Leib of Sasov and Yoely Weiser.


During these two days, Klal Yisrael will stand at Yoely’s right hand. We will help him continue the work of the Sasover Rebbe. We all become "Sasovers."

Yoely is a Sasover every single day of the year. Once a year, we support him and give him the strength to continue for another year.

Become a Sasover today!



רבי משה לייב סאסובער. יואלי ווייזער. און דו.

סאסוב תק"ס - ניו יארק תשפ"ו.


מיר קענען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט "א איד אין תפיסה". און מיר וואונטשן אז איר זאלט דאס קיינמאל נישט פארשטיין. מיר קענען בלויז פרובירן זיך אריינצולייגן אין זייערע געשטרייפטע קליידער, און פרובירן זיך פארצושטעלן זייער ביטערער גורל.


א איד ווערט ל"ע אוועקגענומען אין זיינע בליענדע יארן, פארטריבן פון זיין שטוב, פארוואגלט פון זיין ווייב און קינדער, אוועקגעריסן פון זיין סביבה און פון יעדע אידישע און היימישע ארום. און אט טרעפט ער זיך אין א קאלטן צעל, אליין, אליין. פארשפארט, פאר'צער'ט, איינער אליין, אן קיינעם, אן קיין אויער וואס זאל הערן זיין פיין, אן קיין אויג וואס זאל צוזעהן זיין קלעם.


זיין אידענטיטעיט ווערט צוגאנגען, זיין זעלבסט-שאץ ווערט צורינען און זיין אייגענע זיך און מינומים רעספעקט ווערט ווי אנטרינען. ער איז נישט קיין מענטש, ער איז נישט קיין איד, ער איז אן 'ארעסטאנט'. זיין פריוואטן נאמען ווערט פארטוישט צו א נומער, און אזוי זיצט ער נעבעך אפ אינעם טורמע-צעל אן קיין גואל וקרוב, ווען זיין איינציגסטע זאך וואס ער קען טון איז ווארטן, בעטן און האפן, און ארויסקוקן אויף בעסערע טעג.


ידוע ומפורסם איז די פעולות צדיק פון דעם הייליגן רבי משה לייב סאסובער זיעועכ"י וועלכע האט מיט מסירת נפש זיך באשעפטיגט מיט "פדיון שבויים" פאר די אסירי ישראל בדורו. די אומגליקליכע מאשקעס אין זיינער צייט וועלכע האבן געדונגען דעם "ארענדע" פונעם פריץ מפרנס צו זיין די משפחה, און ווען די מזל האט נישט געשפילט און מען האט נישט געהאט צו באצאלן די ארענדע געלט האט דער אכזריות'דיגער געלט-גייציגער פריץ אריינגעשליידערט דעם נעבעכדיגן זשיד אין גרוב אריין, ביז רבי משה לייב איז ערשינען אויף די סצענע און מיט אלע סארט פעולות, מיט אמת'דיגע מסירת נפש ארויסגעראטעוועט דעם איד מאפילה לאורה.


די לעגענדעס זענען גוט באקאנט. די געשיכטעס קענען קינד און קייט. אבער אצינד רעדן מיר איבער די פעולות צדיק לחיים וועלכע גייען נאך אן בימינו אלה. אין ניו יארק תשפ"ו, ווי אין סאסוב תק"ס.


"יואלי ווייזער" איז דער וועלכע די הארצרייסנדע געשיכטעס פון אידישע ארעסטאנטן פארווארפן אין די טונקעלע תפיסות לאזן אים נישט מנוחה. יואלי איז דער וועלכע האט אונטערגענומען אויף זיך, אויף די אייגענע האנט, א מאסיווע און ברייטפארצווייגטע אפאראט אריינצושיינען און באלייכטן אידישע ארעסטאנטן צווישן די טורמע צעלן איבעראל.


די פעולות פון יואלי ווייזער לטובת אסירי ישראל זענען לאנג און ברייט. פיל פיל דעטאלן און איינצלהייטן נעמט עס אריין אין זיך. פון פשוט פארזארגן די אומגליקליכע מיט פרישע כשר'ע עסן זיי זאלן זיך קענען דערכאפן דאס הארץ אין פשוט'ן זינען פון ווארט, ברענגן פאר זיי נארמאלע אידישע קליידונג עטוואס צוריקצוברענגן זייער אייגענע אינדענטיפיקאציע און מענטשליכקייט, באלייכטן די פארוואגלטע מיט צרכי יהדות, אידישע חפצים און תשמישי קדושה, העלפן די נויטבאדערפטיגע מיט "טעראפי" ווען עס פעלט זיך ליידער אויס, ארויסהעלפן אידן וועלכע שטייען אויס ביטערע אנקלאגעס זיך ארויסצודרייען מיט "בעיל", און די ליסטע איז נאך לאנג.


יואלי ווייזער איז היינט דער אדרעס פאר יעדע קעיס וואס זאל זיך מער נישט מאכן צווישן כלל ישראל. יואלי'ס פריוואטע טעלעפאון נומער איז היינט אן עמערשזענסי הילף-ליין ווען עס פאסירט חלילה אז א אידיש קינד שטייט אויס א פראצעס און זוכט פאר הילף. און נישט קיין צווישנשייד וועלכע סארט הוט דער איד גייט, נישט קיין חילוק פון ווי דער איד קומט, און וואס זיין געשיכטע דערציילט. יואלי שטייט מיט גרייטקייט פאר יעדן איד, מיט מסירת נפש, מיט הארציגקייט און ווארימקייט, ווייל עס ברענט יואלי'ן אין הארצן, ער קען נישט צוקוקן וואס אידן מאכן נעבעך מיט אין די פינסטערע תפיסות.


מיר קענען נישט פארשטיין וואס עס באדייט פאר א נעבעכדיגער איד וועלכע זיצט פארווארפן אין א טורמע ערגעצוואו אן קיין שום נאנטע, אן קיין שום הארץ וואס זאל פארשטיין אים און זיינע באדערפענישן. און אט פלוצלונג ערשיינט יואלי ביי די גראטעס! א היימיש פנים מיט א ווארעם אידיש הארץ, יואלי פאראינטרעסירט זיך אין זיין מצב, ער פרעגט זיך נאך אויף זיינע באדערפענישן און פארזארגט אים מיט סיי וועלכע הילף עס קען אים לייכטער מאכן און אריינשיינען כאטש עפעס א ליכטיגקייט אין דעם ביטערן חשכות אין וואס ער געפונט זיך נעבעך.


יואלי האט אנגעהויבן זיין מיסיע מיט עטליכע יאר צוריק איינער אליין, אלעס אויף די אייגענע האנט. יואלי'ס אפאראט טוט זיך צואוואקסן מער און מער, אזש היינט צוטאגס ציילן זיך צענדליגע אלס וואלענטירן פאר יואלי'ס פעולות הצלה, און יואלי אליין טראגט דעם שווערן עול און אסטראנאמישער בוזשעט פון אריבער 2 מיליאן דאלאר א יאר!


און אצינד קומט אונזער טייל פון די געשיכטע. אצינד קומט כלל ישראל אריין אין בילד און שליסן זיך אן אינאיינעם מיט'ן הייליגן רבי משה לייב סאסובער און יואלי ווייזער.


אט אין די צוויי טעג וועט כלל ישראל זיך שטעלן צו יואלי'ס רעכטע האנט, און צו די האנט פון אידישע אסירים. אט אין די טעג וועלן מיר אלע אינאיינעם העלפן יואלי'ן ממשיך זיין די פעולות פונעם הייליגן רבי משה לייב סאסובער זי"ע. מיר אלע ווערן סאסוב'ע! 


יואלי איז א סאסובער יעדן טאג פון יאר. איינמאל א יאר וועלן מיר אים אונטערשטיצן און געבן די מעגליכקייט אנצוגיין פאר נאך א יאר!


ווער דו אויך א סאסובער!



Show More

Original Goal: $1,000,000

Bonus Goal: $1,200,000

109%

7,518

Donors

$1,091,980

Raised

Donate Now

2,405 

Donations

search

G B

$18

7 months ago

Mitchell Tischler

$100

7 months ago

S.pinkesz

$2

7 months ago

Comments: חזק ואמץ 💪

Shimon Weinberger

$18

7 months ago

Anonymous

$18

8 months ago

Anonymous

$5

8 months ago

Comments: Leilu nishmas peretz Ben Yitzchock

Shrage Toiv

$72

8 months ago

david sperber

$648

8 months ago

Comments: keep up the amazin work

Yosef Goldberger

$18

8 months ago

Menacem Oberlander

$20

8 months ago

Load More

Original Goal: $1,000,000

Bonus Goal: $1,200,000

109%

7,518

Donors

$1,091,980

Raised

Enter Amount

close
Amount
Billing
Payment
1
2
3

Donate Now

© 2026 All Rights Reserved | Privacy Policy

Dryveup.com | Powered by ClickandMarket